בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעמען מזוזות נאר פון אן ערליכן סופר
מזוזה, משניות, סופרים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


עס איז אודאי בעסער דו זאלסט טוישן די מזוזות פון דיין דירה, ווייל ליידער זענען פארהאנען סופרים קלים וריקים. איך געדענק ווי נאך מיין חתונה האב איך זיך געלערנט סופרות, אזוי איז מיר אויסגעקומען צו האנדלען מיט סופרים, בין איך אמאל געווען אין א פלאץ וואו עטליכע סופרים שרייבן אינאיינעם, האב איך אמאל בייגעוואוינט ווי א סופר איז געווארן בכעס אויף א צווייטן סופר און געשריגן אויף אים ניבול פה ביי אן אפענעם ספר תורה! עס האט מיר אנגעכאפט א פחד און א שרעק, איך בין ארויסגעלאפן פון דארט און מער נישט געוואלט אריין גיין אין א פלאץ וואו מען שרייבט מיט קלות ראש. א רחמנות אויף דעם איד וואס צאלט שווערע געלטער, ער מיינט אז דער סופר איז א חסיד, ווייל פון אינדרויסן גייט ער אנגעטון מיט שטריימל בעקיטשע בשעת ער איז נעבעך נאך ווייט פון קדושה.


דעריבער זאלסטו זיך פארבינדן מיט האברך ... נרו יאיר וואס גייט אין מקוה פאר'ן שרייבן, אזוי אויך לערנט ער אסאך משניות און גמרא.


דיינע אלטע מזוזות קענסטו פארקויפן פאר א סופר מיט'ן זאגן דעם נאמען פונעם סופר וועלכער האט דאס געשריבן.


איך ווייס נישט צי דיין זון האט דיר פארציילט אז איך האב אים געגעבן א מתנה א סעט ששה סדרי משנה; איך האב אים אריין געשריבן אפאר ווארימע ווערטער אים צו געבן א חשק ער זאל לערנען משניות יעדן טאג און איך האב אים געבעטן אז ווען ער מאכט א סיום זאל ער מיר דאס דערציילן. געב אים איבער אז איך ווארט צו הערן א סיום פון אים.


פארשטייט זיך אז איך ווארט אויך צו הערן פון דיר דיינע סיומים; נעכטן איז געווען דער יארצייט פון אונזער חבר יעקב מאיר חשין עליו השלום וועלכער איז נעבעך אומגעקומען א פאר יאר צוריק אין א עקסידענט, ער האט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן 'כל התורה כולה'. ער האט זיך פארשריבן אין זיין טאג-בוך (דייערי) יעדע סיום ווען ער האט דאס מסיים געווען, ביז מען האט געטראפן פון אים זיין ביכל וואו ער שרייבט: "ובמשך תקופה קצרה של כמה שנים גמרתי כל התורה", אין א קורצע צייט פון א פאר יאר האב איך זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; ער רעכנט דארט אויס: "תורה, נביאים, כתובים, ששה סדרי משנה, גמרא בבלי ירושלמי, תוספתא און אלע מדרשים, רמב"ם, טור ושלחן ערוך וכו' וכו'".


יעצט ווען ער איז אויבן אויף יענע וועלט איז אים גוט; ער האט וואס צו עסן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג) אז אויבן אין הימל וויינען די נשמות: "מיר דארפן עסן", אבער ווען מען ברענגט זיי עסן וויינען זיי: "מיר דארפ'ן נישט די פשוט'ע עסן, מיר דארפן פרקים משניות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.