בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דעם וואס דו שרייבסט מיר אז דו האסט היינט מסיים געווען די פינפטע מאל ששה סדרי משנה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצֵא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה", ביי וועם געפונט זיך די תורה קלאר? "בְּמִי שְׁיֵשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה", ביי דעם וואס לערנט משניות.
בנוגע דאס וואס דו האסט נערוון ביים מאכן התבודדות, דו ווייסט נישט צי דו ביסט יוצא וכו' און צי דו האסט גענוג געבעטן וכו'; דער עיקר זאלסטו בעטן אויף שמחה וועסטו שוין במילא אלעס האבן. בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף די וועלט. העלף מיר איך זאל האבן א קלארע אמונה און שטענדיג געדענקען אז דו ביסט מיט מיר. נעם אוועק פון מיר דעם יצר הרע וואס הייסט 'נערוון', ער לאזט מיר נישט אפ. יעדע זאך וואס איך טו ברענגט ער מיר אריין נערוון; ווען איך רעדט צו דיר האב איך נאכדעם יסורים פון דעם נאריש'ן יצר הרע, ער הייבט מיר אן זאגן: 'האסט נישט גענוג געבעטן, האסט נישט גענוג אויסגעשמועסט וכו' וכו''; הייליגער באשעפער מאך מיר פרייליך"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג וועט אוועק גיין פון דיר די קליפה וואס רופט זיך: "נערוון", וואס פון דעם קומען אלע פראבלעמען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.