בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בלייב מיט די ארבעט, עס איז דא גענוג צייט צו לערנען; זיי זיך קובע אויפצושטיין פארטאגס, מאך זיך א סדר צו לערנען אינדערפרי חומש רש"י מיט'ן תרגום, אויך זאלסטו לערנען פאר'ן דאווענען לכל הפחות א בלאט גמרא. אז עס בלייבט איבער צייט זאלסטו לערנען פרקים משניות, אינמיטן טאג זאלסטו זיך מאכן צייט פאר תהילים.
עס איז באוואוסט אז דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו האט נישט געוואלט מאכן קיין כוללים. ווען מען איז אים געקומען פרעגן אויב מען זאל גיין אין כולל פלעגט ער אויספרעגן וויפיל שעה מען לערנט, ער האט געזאגט: "ביז אכט שעה א טאג דארף מען נישט קיין כולל, יעדער בעל הבית וואס ארבעט דארף אריין שטופן פאר'ן ארבעט און נאכן ארבעט - אכט שעה צו לערנען".
נעם אריין דעם אייבערשטן אין די ארבעט; מען קען ארבעטן און זיין דבוק צום אייבערשטן, מען קען זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן אן דעם וואס איינער זאל אפילו וויסן. א גאנצן צייט ביי די ארבעט זאלסטו רעדן צום אייבערשטן און אכטונג געבן אויף שמירת עיניים, אזוי וועט די גאנצע טאג זיין איין שטיק דביקות צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.