בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - סגולות פאר קינדער
קינדער, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, און שטארק זיך מיט תפילה. נעם די סגולה פון רבי'ן פאר קינדער, דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב), אז מען מאכט פרייליך די ווייב, מען לעבט בשלום - איז מען זוכה צו קינדער; און פארקערט חס ושלום, אויב מען האט זיך פיינט - זאגט דער רבי - (שם, סימן נו), פארלירט מען לא עלינו די קינדער.


נאך א סגולה איז דא פון רבי'ן פאר קינדער, גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, זעץ זיך ארויס צווישן די ביימער הינטער דיין שטוב מיט א תהילים, זינג צום אייבערשטן אביסל תהילים, דאנק אים און לויב אים. שטיי אויף פארטאגס און זינג קאפיטלעך תהילים, וועסטו זוכה זיין צו שיינע דורות. דער רבי זאגט (שם, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים", דאס זינגען און לויבן דעם אייבערשטן פארטאגס, איז א סגולה פאר קינדער.


איך בעט דיר זייער, פאל נישט אריין אין קיין יאוש און עצבות, זיי פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב; וועסטו זוכה זיין צו קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.