בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו זאגן: "מודה אני"; ווען מען עפנט אויף די אויגן אינדערפרי דארף מען גלייך דאנקען דעם אייבערשטן.
צווייטנס – נעגל וואסער; זאלסט מקפיד זיין זיך אנצוגרייטן "נעגל וואסער" ביינאכט פאר'ן גיין שלאפן אז דו זאלסט נישט דארפן אראפטרעטן פון בעט קיין איין טריט.
דריטנס – ווי שנעלער גיין דאווענען; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לא): "דאווענען איז אזוי גרויס; אויב מען שטופט דאס אפ קען מען דאס אינגאנצן פארלירן, דעריבער דארף מען דאווענען וואס פריער".
פערטנס – זאלסטו זען צו טאנצן יעדן טאג, לכל הפחות איינמאל א טאג, אבער וואס מער איז אלץ בעסער; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך.
ועל כולם זאלסט זיך מתבודד זיין, רעדן צום אייבערשטן; אויך איז גוט צו וויינען צום אייבערשטן, און אז עס קומט נישט קיין טרערן וויין אויפ'ן קול, מיט א קול פון וויינען.
אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם וועסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.