בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ס'האט זיך געלוינט די שווערע הארעוואניע פאר אזא שיינעם שבת התוועדות
הכרת הטוב, שבת התוועדות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין נאך אין די לופטן פונעם הערליכן שבת התוועדות, איך זאג דיר עס האט זיך געלוינט די שווערע הארעוואניע וואס דו האסט אריינגעלייגט פאר אזא שיינעם שבת.


פונעם ערשטן יאר וואס די ישיבה האט זיך געעפנט, שנת תשס"ט - מאכסטו די שיינע שבתים. דו געדענקסט די ערשטע שבת התוועדות פון פיר משפחות מיט דרייסיג בחורים, און יעצט האסטו געמאכט א שבת פאר הונדערטער משפחות.


איך זאג דיר בשם די גאנצע קהילה "א גרויסן דאנק!" דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה בזכות די גוטע זאכן וואס דו טוסט.