בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ס'לוינט זיך נישט צו קריגן
שלום בית, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר טייערער ליבער ..., מאך שלום מיט דיין ווייב, קריג זיך נישט מיט איר.


ווי לאנג איז דען דאס גאנצע לעבן? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין נט.) עס איז דא א פליג וואס הייסט "בַּקָא" וואס לעבט אינגאנצן איין טאג, אנשטאט זיך צו פרייען מיט'ן פאר - קריגן זיי זיך און בלאזן איינער אויפ'ן צווייטן, די נקיבה זאגט פאר'ן זכר, "איך האב געזען ווי דו האסט געביסן א מענטש וואס איז געשווימען אין וואסער און דו האסט מיר נישט גערופן איך זאל אויך האבן בלוט צו עסן, דערפאר גיי איך נישט רעדן מיט דיר פאר זיבן יאר", זיי לעבן קוים איין טאג און זיי קריגן זיך פאר זיבן יאר, איז דא א גרעסערע געלעכטער פון דעם?


אזא פנים האבן די וואס קריגן זיך; מען מיינט אז מען בלייבט דא אויף די וועלט פאר אייביג, בשעת דאס גאנצע לעבן איז אזוי קורץ; בעט איבער דיין ווייב און זיי נישט דערשראקן ווען זי שרייט, נעם עס נישט צום הארצן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.