בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך וויל דיר קלאר שטעלן וואס מיר האבן נעכטן גערעדט.
איך באהאלט מיר נישט פון קיינעם; אז איך טראכט פון זיך אוועק ציען וואוינען וכו' וועל איך דאס נישט טון בגניבה אן לאזן וויסן דערפון מיינע תלמידים. לעת עתה האב איך נישט קיין שום פלאן זיך אוועק צו ציען; בפרט אז איך האב אויפגעבויעט מוסדות מיט מסירת נפש דארפסטו אליינס פארשטיין אז איך גיי דאס נישט צעברעכן מיט מיינע אייגענע הענט.
עס עפנט זיך נישט קיין מוסדות אזוי גרינג ווי מען מיינט; איך האב געהאט זייער אסאך שוועריקייטן מיט די מוסדות, עס איז נישט שייך אראפ צו שרייבן וואס מיר זענען אריבער די צען יאר זינט מיר האבן געעפנט די ישיבה, די תלמוד תורה און נאכדעם דער בית חנוך לבנות בית פיגא.
געלויבט דעם אייבערשטן אז די מוסד וואקסט און בליט און וועט זיין א פעסטונג ביז משיח וועט קומען; דעם מוסד האט מוהרא"ש געעפנט און דאס פירט זיך גענוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט, סיי ביי די אינגלעך, סיי ביי די מיידלעך און סיי ביי די בחורים.
איך דאנק דעם אייבערשטן וואס מיט די זאך האט מיר דער אייבערשטער געהאלפן, אז מיר האבן זייער א געטרייער מנהל הרב ר' ... נרו יאיר, א געטרייע מנהלת מרת ... תחי' און טייערע מלמדים און טיטשערס; יעדעס קינד ווערט דורך גערעדט מיטן מנהל און מנהלת.
מען קען נישט יעדן איינעם צופרידן שטעלן און דו פארשטייסט אליינס אז פירן א מוסד איז פון די שווערסטע זאכן אויף דער וועלט; ווען אלע וואלטן געטראכט אייניג, ווען אלע וואלטן געהאט די זעלבע מיינונג, וואלט געווען א מחי' צו פירן א מוסד, אבער דער אייבערשטער האט אנדערש באשאפן די וועלט, דער אייבערשטער האט געמאכט אז יעדער מענטש זאל טראכטן אנדערש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח:): "כְּשֵׁם שֶׁפַּרְצוּפֵיהֶן שׁוֹנוֹת, כַּךְ דֵעוֹתֵיהֶן שׁוֹנוֹת", אלע טראכטן אנדערש; ממילא דארף מען קענען יעדן איינעם אויסהערן און זען וואס מען קען בעסער מאכן וכו'.
דו דארפסט פארשטיין אז אלע עלטערן וואס שיקן ביי אונז אינעם מוסד האבן איטליכער פון זיי אנדערע מיינונגען, יעדער וויל א משהו אנדערש פונעם צווייטן וכו', יעדער האט איין זאך וואס ער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף אזוי טון וכו'; אבער מיט איין זאך האף איך אז מיר זענען פאראייניגט, מיר אלע ווילן אויפציען אונזערע קינדער מיטן אייבערשטן, אלע עלטערן זענען אייניג אז מיר ווילן אויפציען די קינדער מיט אמונה אין הייליגע צדיקים - בפרט אינעם הייליגן רבי'ן, אלע ווילן מיר אויפציען קינדער וואס זאלן זיין געזונט צו קענען חתונה האבן, קינדער וואס ווייסן זיך צו היטן פון נישט גוטע מעשים וואס פאסירן השם ישמרינו; די מלמדים רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן אין שמירת הברית (א זאך וואס ליידער רעדט מען נישט צו קינדער) די מנהלת רעדט צו די מיידלעך קלארע ווערטער וכו', זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון נישט גוטע מעשים און פון נישט געזונטע נאנטקייט וכו', דער אייבערשטער זאל אונז שומר ומציל זיין פון דעם.
איין זאך זאלסטו וויסן און איבער געבן פאר אלע דיינע חברים, אז מען שיקט קינדער אין א מוסד דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו צעמישן די קינדער; אז דאס קינד גייט אין חדר און הערט פונעם מלמד רעדן פון זייער רבי שליט"א און נאכדעם קומט דאס קינד אהיים און הערט ווי דער טאטע זאגט פאר די מאמע א וויץ אויף זייער מנהיג, קען שוין דאס קינד נישט אויסהערן וואס זיין מלמד לערנט פאר, דאס קינד בלייבט שטיין צעמישט: ווען ער זעט זיין טאטע טראכט ער פונעם מלמד וואס זאגט איין וועג, ווידעראום ווען ער זיצט אין חדר טראכט ער פון זיין טאטע וואס מאכט חוזק וכו', דאס איז ליידער די סיבה פארוואס קינדער פאלן אוועק.
זיי געזונט און שטארק.