בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ענגלישע לימודים ביי די מיידלעך
גוים, לימודי חול, בית פיגא, טאכטער, היסטאריע

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת לעזער תחי', מנהלת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וויל נישט מען זאל לערנען די נארישקייטן מיט אונזערע מיידלעך, וואס דארפן אונזערע הייליגע טעכטער וויסן וועגן נעמען פון גוים; אז די וואסער האט די נאמען פון די גוי, און די בארג טראגט די נאמען פון דעם גוי, ווייל דער גוי האט דארט געוואוינט? עס פעלט נישט אויס, און נישט נאר עס פעלט נישט אויס - נאר איך וויל נישט מען זאל דאס לערנען מיט אונזערע טעכטער.


בנוגע אויב מען זאל מאכן אויך ביי די ענגלישע לימודים שו"י און טע"ל, א טייל עלטערן טענה'ן מען זאל דאס נאר מאכן ביי די אידישע לימודים, איר פרעגט וואס איז ריכטיג? עס איז נישט קיין פראבלעם צו מאכן שו"י און טע"ל פון ענגלישע לימודים, ווייל די ענגלישע לימודים וואס מען לערנט ביי אונז איז געפלאכטן און געבינדן מיט אמונה, יראת שמים און מידות טובות, אלע לימודים איז הייליג, און אפילו די חכמה פון רעכענען איז א חלק פון די תורה, און אויך ווען מען לערנט היסטאריע געבט מען דאס פאר די קינדער געקניפט און געבינדן מיטן אייבערשטן.


דאס וואס עלטערן טענה'ן וכו', דאס איז ווייל נישט אלע משפחות האבן די טאלאנט צו קענען מאכן די שו"י און טע"לס; איך זע ביי מיר אין שטוב איז א גאנצע ארבעט ווען מיר דארפן העלפן אויפקומען מיט מאכן אזעלכע זאכן, מיר דארפן זיך ווענדן צו געשוויסטער וואס ביי זיי איז דאס א גרינגע זאך, און דאס מאכט פאר א טייל עלטערן ארבעטן, אויך ביי אידיש איז דאס ארבעט פאר זיי.


שטארקט אייך צו געבן גוטע ווערטער פאר די טיטשערס און פאר די תלמידות, און די עלטערע תלמידות דארף מען מער געבן גוטע ווערטער און האלטן א שטארקע קשר, אז זיי זאלן נאך די חתונה אויך האבן א קשר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.