בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
בנוגע מיט וועם איז ענדערש צו לערנען בחברותא, א פרישער אינגערמאן וואס האט נאכנישט די צוגאנג צום טור שלחן ערוך, און אים העלפן, אדער ענדערש איינער וואס לערנט שוין אפאר יאר וכו'.
אוודאי און אוודאי איז בעסער צו נעמען א אינגערמאן וואס האט נאכנישט ערפארונג וכו', דאס איז (משלי לא, כו): "'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (סוכה מט:): "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ, זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד"; און אלע גדולים האבן דאס געטון, זיי האבן אוועק געגעבן זייער צייט צו לערנען מיט בחורים און אינגעלייט וואס האבן געקענט ניצן הילף ביים לערנען.
ובכן איז זייער כדאי צו לערנען מיט פרישע אברכים וואס נפשם חשקה בתורה, אבער זיי ווייסן נאכנישט וואס און ווען און ווי וכו', זיי העלפן אריינקומען בבית ה', לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, בד' אמות של הלכה.
בזכות וואס מען העלפט אנדערע – באקומט מען א סייעתא דשמיא, מען איז זוכה צו הצלחה ביים לערנען.