בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט די הייליגע בריוו עצתו אמונה, אזויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט די בריוו, עס ווייזט זיי א וועג ווי צו לעבן; די וועג פון צדיקים, די וועג פון די תורה - מיט די זיסקייט פון רבי'ן.
הלואי וואלסטו זיך מער אריינגעלייגט אין ארויסגעבן פאר קינדער ביכלעך פון אמונה, קינדער ביכלעך פון מעשיות, פארציילט אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט אונז דערציילן. מען דארף ראטעווען דעם דור, מען דארף פארשפרייטן וואס מער אמונה פאר די יוגנט.
דא האסטו א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, ווי ברסלב'ער חסידים פלעגן זיך מתבודד זיין אין די פעלדער ארום ירושלים, היינט איז שוין די אלע פעלדער א חלק פון ירושלים, אבער פאר יארן צוריק איז נאר געווען אלט-שטאט, און אינדרויסן ביי קבר שמעון הצדיק איז געווען אלעס וועלדער און פעלדער, און ברסלב'ער חסידים פלעגן גיין יעדע נאכט זיך מתבודד זיין.
דא האסטו א מעשה:
"ה-א-ל-ט! ב-ל-י-י-ב-ט א-ל-ע ש-ט-י-י-ן! אויב גייט איר ווייטער וועל איך אייך אלע שיסן!" האט דער אראבער געשריגן.
דער אראבער זיצט אויפן קעמל מיט א גרויסע שווערד, ער זיצט ביים טויער פון אלט שטאט ירושלים, ער באוואכט די שטאט.
די געזעץ איז געווען מען טאר נישט ארויסגיין ביינאכט פון די מויער פון ירושלים, אבער די ברסלב'ער חסידים - זיי האבן זייער סדר היום; זיי שטייען אויף חצות, לויפן אין מקוה, גייען צום קבר פון שמעון הצדיק און נאכדעם זענען זיי זיך מתבודד אין די וועלדער ארום ירושלים.
דער פאליציאנט שרייט: "וואו איז ענקערע שריפטן? ענקערע פאספארטן? מען טאר נישט זיין ביינאכט אין דרויסן פון די מויער!" די ברסלב'ער חסידים זאגן אים: "עס איז דא איין תכלית אויף דער וועלט, דינען דעם אייבערשטן, רעדן צו אים און בענקען צו אים", דער אראבער ווערט זייער אויפגערעגט און זאגט זיי: "אויב ענק וועלן מיר נישט ווייזן די שריפטן וועל איך ענק אלע נעמען אין תפיסה"; די ברסלב'ער חסידים זאגן אים נאכאמאל אויף אראביש: "עס איז נאר דא איין תכלית, דינען דעם אייבערשטן; טוט אייך אויס די פאליצייאישע קליידער און גייט זיך מתבודד זיין, רעדן צום אייבערשטן".
דער פאליציאנט רעדט צו זיי פון געזעץ, און זיי ענטפערן אים נאר פון אייבערשטן: "וואס מאכסטו זיך נאריש מיט די שווערד, מיט די פאליצייאישע קליידער? טו אלעס אויס און גיי אין וואלד זיך מתבודד זיין", ביז דער אראבער זאגט: "ענק זענען משוגעים, ענק קענען גיין"; אזוי זענען זיי באפרייט געווארן.
טייערע קינדער, מוהרא"ש האט דערציילט די מעשה און אויסגעפירט: "יעדע מאל מען האט צוטון מיט איינעם - זאל מען נאר רעדן פון אייבערשטן און אים זאגן די ווערטער פון תכלית, אז עס נאר דא איין תכלית אויף דער וועלט, דינען דעם אייבערשטן"; דאס איז אן עצה צו ווערן באפרייט פון אלע צרות, ווייל ווען מען רעדט פון אמונה - ווערט ליכטיג, און אלעס ווערט גוט.
בעט דעם מעלער זאל מאלן אן אראבער זיצט אויף א קעמל מיט א שווערד אין די האנט מיט א פנים פון כעס, און פון דער זייט קומען דריי אידן פרייליך, אויך זאל מען זען די מויער פון ירושלים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.