בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
עס זאל דיר נישט אנגיין אז דו קענסט נישט איינשלאפן, דאס אליינס אז דו טראכסט א גאנצן צייט: 'איך קען נישט איינשלאפן', דו טראכסט: 'ווען גיי איך איינשלאפן?' - דאס מאכט דו זאלסט נישט קענען איינשלאפן.
ליג אין בעט; ליגן אין בעט רועט אויס דעם מענטש. אפילו דו קענסט נישט שלאפן זאלסטו ליגן אין בעט; קענסט הערן שיעורים אדער ניגונים, קענסט רעדן צום אייבערשטן, קענסט טראכטן פון שיינע זאכן; עס זאל דיר נישט אנגיין אז דו קענסט נישט שלאפן.
נעם אריין אין דיר די זאך פון תחיית המתים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שנה, חלק ב', סימן ד): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן, יַעֲלֶה עַל מַחֲשַׁבְתּוֹ אֱמוּנַת תְּחִיַּת הַמֵּתִים", ווער עס קען נישט איינשלאפן זאל טראכטן פון תחיית המתים; טראכט ווי שיין עס וועט זיין ווען דער אייבערשטער וועט מאכן תחיית המתים, אלע מענטשן וועלן צוריק לעבעדיג ווערן.
זיי פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן פאר דיינע עלטערן, נישט אלע קינדער האבן אזעלכע עלטערן ווי דיר, דער אייבערשטער האט דיר געגעבן זייער וואוילע עלטערן, דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.