בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס טוט דיר אזוי וויי אז מען טשעפעט א קינד
חסידות ברסלב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך אזוי שטארק צו זען א בריוו פון דיר, שוין זייער לאנג וואס איך הער נישט פון דיר; איך בענק זיך זייער צו דיר.


פון די פראגע וואס דו פרעגסט זע איך אז דו האסט א ווייכע הארץ פאר אנדערע, עס טוט דיר אזוי וויי אז מען טשעפעט איינער פון די קינדער ביי דיר אין כיתה; דו האסט א אידיש הארץ, א ווייכע הארץ, א 'לב בשר', א ברסלב'ער הארץ. דער הייליגער רבי נעמט אוועק פון אונז דעם "לב האבן", דאס פארהארטעוועטע הארץ צו א צווייטע איד און פלאנצט אין אונז איין א "לב בשר", א ווייכע הארץ.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלט): "לֶעָתִיד לָבוֹא וֶועט דִיא גַאנְצֶע וֶועלְט זַיין בְּרֶסְלֶבֶע חֲסִידִים", ווען משיח וועט קומען וועלן אלע אידן זיין ברסלב'ער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לו, כו) "וַהֲסִרֹתִי אֶת 'לֵב הָאֶבֶן' מִבְּשַׂרְכֶם", איך וועל אוועקנעמען די פארשטיינערטע הערצער, "וְנָתַתִּי לָכֶם 'לֵב בָּשָׂר'", און איך וועל אייך געבן א לב בשר, יעדער וועט פארגינען א צווייטן; לב בשר איז די זעלבע אותיות ווי ברסלב.


דו זאלסט קיינעם נישט טשעפען, און אז דו זעסט אין כיתה ווי קינדער טשעפען און נעמען זיך אויף איינעמ'ס ביינער - זאלסטו נישט מיט לאכן און חס ושלום מיט טשעפען; זאלסט זיין א חבר פאר יענעם.


איך ווארט שוין זייער דיך צו זען נאכמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.