בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס איז נארמאל אז מען פארבענקט זיך צו א טאטע
כיבוד אב ואם, נשמה, וויינען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט ווען אייער טאטע עליו השלום איז נפטר געווארן און איר צואוויינט זיך אזוי סאך, און איר זענט פארטראכט וכו' וכו', איר ווערט אזוי פארבענקט אז איר קענט ממש גארנישט טון; וויסן זאלט איר אז עס איז זייער נארמאל אז מען פארבענקט זיך צו א טאטע און מען פלאצט אויס אין א געוויין, דאס איז געזונט, אבער אויך זאלט איר וויסן אז ווען עלטערן זעען די קינדער זענען פרייליך איז דאס זייער גרעסטע נחת, דאס מאכט זיי פרייליך, עלטערן גלייכן נישט ווען די קינדער זענען בצער.


די גרעסטע זאך וואס איר קענט מאכן פאר אייער טאטע'ס נשמה - אז איר וועט זיין שטארק פרייליך און אנגיין מיט אייער לעבן, לערנען מיט אייערע תלמידות פונעם אייבערשטן, און פרייליך מאכן אייער טייערער מאן, אים העלפן אין זיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.