בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס איז נישט גוט צו מקנא זיין א צווייטן
חיזוק פאר מיידלעך, קנאה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו נישט צו קוקן אויף קיינעם אויף דער וועלט; עס איז נישט גוט צו מקנא זיין א צווייטן, אויך איז עס נאריש, ווייל יעדע מענטש האט זיינע שוועריקייטן, עס איז נישט דא אויף דער וועלט א מענטש וואס האט נישט שוועריקייטן - איז דאך נישט שייך בכלל צו מקנא זיין א צווייטן. מקנא זיין דארפן מיר נאר אן ערליכער איד, וואס עס גייט דורך אויף אים שווערע ביטערע נסיונות און מיט דעם אלעס דערהאלט ער זיך און ער גייט ווייטער אן מיט זיין עבודת השם.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען די מעשה וואס דער רבי האט אונז דערציילט, די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) וואו מען זעט ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך.


דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, און ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז"; "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז"; "וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; זיין ווייב האט יא געהאט חכמות וכו' האט זי זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צוזאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריין געקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


ווען עס קומען אריין אין דיר מחשבות פון דיינע געשוויסטער, דו טראכסט אז פאר זיי גיבט מען מער פון דיר וכו', זאלסטו זיך גוט איין חזר'ן די ווערטער פונעם תם: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמ'ס מעשה און דאס איז מיין מעשה", דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו קומען צו וואס דער תם האט זוכה געווען צוצוקומען.


עס פעלט דיר בכלל נישט אויס קיין סעלפאון, דו האסט צייט פאר דעם נאך דיין חתונה; אנשטאט זיצן און טעקסטן מיט חבר'טעס זאלסטו אין די צייט זאגן תהילים און רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.