בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו די גוטע נייעס אז איר ווילט עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש. איך האב דיר שוין געשריבן יארן צוריק ווען דו האסט מיר געפרעגט וועגן עפענען א חדר [דער בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו], קודם וויל איך זען אויב איר האלט בכלל ביי עפעס, עפנט א בית המדרש; א בית המדרש איז נישט אזוי שווער צו עפענען, מען הייבט נישט אן מיט א חדר.
בנוגע וואס דו פרעגסט אז איינער איז מסכים אוועק צו געבן זיין חצר מען זאל דארט ברענגען קרוונים און מאכן א בית המדרש היכל הקודש; ער געבט דאס אוועק פאר צוויי יאר בחנם, נאכדעם דארף מען צאלן רענט און עס בלייבט זיינס, איר ווילט וויסן אויב עס לוינט זיך; דו שרייבסט נישט וויפיל עס וועט קאסטן, שרייב מיר מער פרטים מען זאל זען אויב עס לוינט זיך.
שטארק זיך מיט אלע חברים, שטארק זיך מיט הפצה, שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן און בעיקר אין התבודדות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
...
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך זע אז דו האסט מפרסם געווען אויף מיין נאמען אז איך עפן א תלמוד תורה אין בית שמש; לדעתי אז דו האסט ניטאמאל קיין מנין 'היכל הקודש', אזוי ווי דו שרייבסט מיר, אז דו שפירסט זיך וואו אין א מדבר שממה - הייב אן קודם מיט א מנין 'היכל הקודש' און נאכדעם וועסטו גיין ווייטער. איך וויל דיר נישט מחליש דעת זיין, און אויב דו שפירסט אז דו האסט די כוחות דערפאר - אדרבה ואדרבה, אבער דו דארפסט וויסן אז א חדר איז נישט קיין פשוט'ע זאך צו עפענען, מען דארף זיין רעאליסטיש.
מען קען נישט טון קיין ווילדע זאכן וכו', ווייל נאכדעם האט מען חלישות הדעת און מען קען אינגאנצן אוועקפאלן. איך האב געעפנט מוסדות, די תלמוד תורה האבן מיר שוין געעפנט זיבן יאר צוריק - תש"ע, און די מיידל סקול האבן מיר געעפענט תשע"א - זעקס יאר צוריק און מיר שפייען בלוט יעדן טאג צו קענען ווייטער ממשיך זיין. איך האב נישט מיין מח פון אמאל, און זיכער נישט מיינע כוחות פון אמאל, און איך ארבעט ביטער שווער יעדן איינציגסטן טאג פאר די מוסד.
אודאי איז זייער וויכטיג צו האבן מוסדות וואו מען קען מחנך זיין די קינדער ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך געטון", און רבי נתן זאגט (שם): "וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אבער דו דארפסט וויסן אין וואס דו גייסט אריין.
מען זאגט פאר'ן כהן גדול יום הקדוש פאר ער גייט אריין אין קודש הקדשים (סדר עבודה ליום כיפור, אתה כוננת): "רְאֵה לִפְנֵי מִי אַתָּה נִכְנָס, לִמְקוֹם אֵשׁ לַהֶבֶת שַׁלְהֶבֶת". אבער מען דארף וויסן פארויס וואס מען טוט, מען זאל נישט נאכדעם מאכן קיין בזיון פארן רבי'ן מיטן פארמאכן וכו'.
שטארק זיך און לייג אריין דיין גאנצע כח אין הפצה; זיי דיך מקשר מיט דיין ברודער ... נרו יאיר, ער וועט דיר שיקן די נייע סידי'ס און דאס זאלסטו מפיץ זיין. אויך זאלסטו געבן פאר דיין חבר ... נרו יאיר ער זאל דאס מפיץ זיין, ובזכות וואס דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער און דו וועסט זען ערליכע דורות.
א גוטן טאג.