בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר
פאר ענקזייעטי און פאניק אטאקעס איז גוט צו גיין אין מקוה און זיך טובל'ען ש"י טבילות. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן יח): "שְׁלשׁ מֵאוֹת וָעֶשֶׂר טְבִילוֹת", זיך טובל'ען דריי הונדערט און צען מאל, "מְבַטְּלִין הַפַּחַד", נעמט אוועק שרעק.
נאך א גוטע עצה אוועק צו נעמען די שרעק, "גַּם יִתֵּן מַתָּנָה לַצַּדִּיק", דורך געבן א מתנה פארן צדיק גייען אוועק די שרעק.
אויך דורך זיין געווארענט אין מאכן ברכות; פאר ברכות און נאך ברכות. ווייל דער רבי זאגט (שם, סימן יד): "מִי שֶׁאֵינוֹ נִזְהָר בְּבִרְכַּת הַנֶּהֱנִין תְּחִלָּה וָסוֹף", ווער עס איז נישט אפגעהיטן אין מאכן ברכות ביים עסן; פארן עסן און נאכן עסן – "פְּחָדִים בָּאִים עָלָיו", קומען אויף אים שרעק.
העיקר נעם אריין אמונה, חזר זיך אמונה, 'קיינער קען מיר גארנישט טון, קיינער קען מיר נישט גוטס טון און נישט שלעכטס טון, אלעס איז נאר דער אייבערשטער'; אזוי וועסטו זיין רואיג און פרייליך.