בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש
מארגן ערב ראש חודש סיון איז א צייט וואס מען בעט פאר ערליכע דורות, און אז מיר האבן אונזער חדר אין טברי' וויל איך דיר בעטן זאלסט בעטן די מלמדים זאלן נעמען די קינדער און גיין דאווענען פאר אונזערע קינדער, פאר אלע תלמידים ותלמידות, אז אלע זאלן זיין ערליך און הייליג, און אויך פאר אלע וואס העלפן די מוסדות.
מוהרא"ש זאגט אין די בריוו מען זאל גיין מתפלל זיין ערב ראש חודש סיון ביים ציון פון של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, און פאר ענק - פאר אנשי טברי' - איז דאס ממש א גרינגע זאך.
שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט און שטארק די מלמדים, און איך וויל דיר בעטן א וויכטיגע זאך. אלס מנהל אויס דארפסטו אויפהייבן יעדע מאל וואס איינער פון די מלמדים רופן, זיין שטענדיג גרייט צו הערן וואס מען קען בעסער מאכן, און בעיקר זיי געבן די געפיל ווי מען איז פון זיי צופרידן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.