בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - מזכיר זיין די נעמען ביים ציון פון רבי מאיר בעל הנס
צדקה, סגולות, קברי צדיקים, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך דאנק דיר פארן גיין יעדע וואך ערב שבת צום קבר פון התנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס זאגן שיר השירים פאר די וואס העלפן אונזער מוסד היכל הקודש בארץ הקודש, נאכן זאגן שיר השירים זאלסטו זאגן אלע נעמען פון וואס דער גבאי ר' אהרן שיקט דיר, און בעט דארט ביים תנא זיי זאלן געהאלפן ווערן מיט וואס זיי דארפן.


אויך זאלסטו גיין יעדן ערב ראש חודש מתפלל זיין פאר אלע תורמים, זאג די תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען און זיי מזכיר די נעמען און בעט פאר זייער הצלחה.


אויך זאלסטו אנצינדן א ליכט מיט שמן זית ביים ציון, און אז די גבאים דארט בעטן געלט - זאלסטו זיי באצאלן און זאלסט מזכיר זיין די נעמען וואס אונזער שד"ר געבט דיר, ווייל דאס איז אן אמת'ע סגולה, מען זעט גרויסע ניסים און גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#4 - ערב ראש חודש ניסן איז א צייט פון תשובה
שלום בית, תשובה, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תזריע, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ערב ראש חודש ניסן איז א צייט פון תשובה, היינט זאגן אלע יום כיפור קטן, מען טוט תשובה, מען בעט דעם אייבערשטן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן בכלליות ובפרטיות - יעדער איינער פון זיינע צרות היצר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך בארעכענען און תשובה טון, סיי אויף בין אדם למקום און סיי אויף בין אדם לחבירו, נעם זיך פאר קומען אין שול דאווענען מיט מנין, נעם זיך פאר רעדן מיט דרך ארץ אין שטוב, און חס ושלום וויי טון אדער טשעפען די ווייב.


אז מען איז שטארק מיט דאווענען מיט מנין און מיט מכבד זיין די ווייב - איז מען זוכה צו פרנסה בשפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - אז מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זעט מען ניסים
מוסדות, תשובה, חובות, חנופה, תפילה, יום כיפור קטן, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ערב ראש חודש, א טאג פון תשובה. ביי אנשי שלומינו פירט מען זיך צו זאגן אלע חדשים יום כיפור קטן; ערב ראש חודש איז א טאג פון חשבון הנפש, זיך נאכאמאל בארעכענען, אפלאזן די נישט גוטע מעשים.


אז דו ביסט געדרוקט, דו האסט חובות - זאלסטו נאכאמאל גיין אין א ווינקל און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן אין דיין אייגענע שפראך, אין דיין וועג פון רעדן: "הייליגער באשעפער איך האב חובות, נעם מיך ארויס פון מיינע חובות, געב מיך גרויס שפע"; וועט פאסירן א מעשה פון תפילה, דו וועסט זען עס וועט קומען מן פון הימל, דו וועסט ארויסגיין פון דיינע חובות.


איך האב געהאט די וואך א גרויסע מעשה פון תפילה, איך בעט דעם אייבערשטן צו קענען באצאלן די מלמדים - סיי אין אמעריקע, סיי אין ארץ ישראל. די מלמדים אין אמעריקע אין די דריי תלמוד תורה'ס - איז א חשבון פון אכציג טויזענט דאלער א חודש, דאס איז אויסער די טיטשערס און אויסער אלע אנדערע הוצאות, אויך אין ארץ ישראל איז די חשבון אלעס צוזאמען דרייסיג טויזנט א חודש. איך בעט שטילערהייט דעם אייבערשטן; ווען איך גיי אין גאס, ווען איך זיץ אויף מיין פארטש, ווען איך ליג אין בעט; ווען איך דערמאן זיך אז איך דארף באצאלן מלמדים - וויין איך צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן, און די וואך איז אנגעקומען אין פאסט א טשעק פון זעקס און דרייסיג טויזנט דאלער, א טשעק אן א נאמען, א נס, געלט פון הימל, געלט פון אייבערשטן; אן חנפ'נען, אן זיך ביקן פאר עבודה זרה, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט, ווי קען זיין מיר ליינען יעדן טאג אין קריאת שמע, דער אייבערשטער זאגט (דברים יא, טז): "הִשָּׁמְרוּ לָכֶם פֶּן יִפְתֶּה לְבַבְכֶם", איך ווארן ענק אויב ענק וועלן זיך ביקן פאר עבודה זרה; פרעגט מוהרא"ש, ווי קען זיין אזא זאך, אידן זאלן זיך בוקן צו א שטיין? צו ביימער? עס האט נישט קיין שכל צו טון אזוינס, וואס חזר'ט מען דעם פסוק יעדן טאג ביי קריאת שמע?! זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ווער עס חנפ'עט א צווייטן, ער מאכט א מציאות פון א צווייטן, ער בייגט זיך פאר אן עושר - דאס איז עבודה זרה, דער אייבערשטער צערנט אויף דעם, מען פארלירט אלעס אויב מען חנפ'עט און מען ביקט זיך צו א בשר ודם, מען דארף זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן, נאר צו אים גיין, נאר אים בעטן.


דאס איז איינע פון די טויזנטער זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען ביי מוהרא"ש, נישט חנפ'נען קיינעם, נישט מאכן קיין מציאות פון געלט און פון די וואס האבן געלט. ביי מהורא"ש איז ממש געווען די זאך וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, דער רבי זאגט, ווען משיח וועט קומען, מען וועט וועלן איינעם טשעפען וועט מען אים טשעפען אז ער האט געלט, דאס וועט זיין די גרעסטע בזיון, אז מען וועט וויסן מען האט געלט, ווען משיח וועט קומען וועט געלט שמעקן ווי צואה, און אזוי אין א געוויסע בחינה האבן מיר געשפירט ביי מוהרא"ש, עס איז נישט געווען די זאך פון געלט, מען האט נישט געמאכט פון דעם קיין עסק.


ברודער, אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט גיין בתמימות אין א ווינקל און זיך גוט אויסוויינען - וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט מאכן א גרויסע נס, דו וועסט האבן גרויס שפע, נאר שטארק זיך און דערהאלט זיך.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף, היינט נאכט - וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש אין לעיקוואד, אין אונזער בית המדרש. איך דארף אמאל אהין גיין זיי מחזק זיין, מען דארף אסאך אסאך חיזוק צו בלייבן פריש ביים רבי'ן, מיט א פרישע געפיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אפשווייגן אויף בזיונות, איז גרעסער פון פאסטן
שמחה, רפואה, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש איז א צייט פון תשובה, פון תיקון המעשים, מען זאגט יום כיפור קטן; דער עיקר דארף מען אפשווייגן אויף אלע בזיונות, דאס איז גרעסער פון פאסטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט א בזיון און מען שווייגט, מען ענטפערט נישט - דאס איז דער עיקר תשובה.


שטארק זיך צו זיין פרייליך, פריי זיך מיט 'שלא עשני גוי, א גוי בין איך נישט', וואס זאל נאר זיין האבן מיר א הייליגע אידישע נשמה; מיט דעם קען מען זיך זייער פרייען, און אז מען איז פרייליך - גייען אוועק אלע פראבלעמען, אלע קרענק, פיזישע און גייסטישע. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן כד): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", אלע מחלות און אלע קרענק, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", קומען צום מענטש ווייל מען איז נישט פרייליך, מען איז דערביטערט און דיפרעסט, "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע, ווייל מען איז נישט פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - דאווען מיט מנין און טשעפע נישט דיין ווייב, וועסטו האבן שפע
שלום בית, תשובה, פרנסה, דאווענען, פסח, מנין, יום כיפור קטן, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש ניסן איז א צייט פון תשובה. מיר זאגן אלע חדשים יום כיפור קטן, אבער היינט ערב ראש חודש ניסן, און ערב ראש חודש אלול - זאגן אלע יום כיפור קטן, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך בארעכענען און תשובה טון, סיי אויף בין אדם למקום און סיי אויף בין אדם לחבירו. נעם זיך פאר צו דאווענען מיט מנין און נישט טשעפען דיין ווייב; ביי די צוויי זאכן דארפסטו א גרויסער תיקון, דו דאווענסט טאג איין טאג אויס ביחידות, און דו פליקסט און שטעכסט דיין ווייב; די צוויי זאכן נעמט אוועק די שפע.


איך שרייב דיר דאס, עס איז מיר נישט גרינג. איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער און אנהויבן דאווענען מיט מנין אלע דריי תפילות און נישט נעמען דעם טעלעפאן ביים דאווענען, און זיך פארמאכן דאס מויל אין שטוב, נישט ענטפערן; וועסטו האבן גרויס שפע, דו וועסט נישט זיין קיין נצרך לבריות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.