בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
יעצט הער איך אז דו באצאלסט נישט קיין רענט, ביסט שולדיג פאר דיין לענדלארד שוין אפאר חדשים.
וויסן זאלסטו, מוהרא"ש האט אונז געלערנט, די ערשטע זאך איז צאלן רענט; עסן קען מען אהיים נעמען פון שמחות, פון שול, די שיריים פון שלש סעודות וכדומה, (אגב, מען קען קומען ביי אונז אין די מוסד אהיים נעמען ברויט, מילך, די איבריגע עסן וואס די קינדער לאזן איבער), רענט איז די ערשטע זאך וואס מען דארף באצאלן.
איך וויל נישט זאלסט לעבן א הפקר לעבן, איך וויל דו זאלסט שוין יעצט רופן דיין לענדלארד און אים מפייס זיין, און אים צוזאגן אז דו גייסט אים יעדן טאג ברענגען. און ווען דו ענדיגסט ארבעטן (אדער כולל) - זאלסטו זאגן שיינערהייט פאר דיין ווייב אז דו קענסט נישט אהיים גיין, דו דארפסט גיין ברענגען געלט פאר די דירה, און דו זאלסט גיין אויף די הייזער, און אז דו מאכסט פופציג דאלער, הונדערט דאלער - זאלסטו דאס טראגן צום לענדלארד, אים מפייס זיין און אים באצאלן.
ביי אונז אין די קהילה וועל איך נישט לאזן קיין הפקירות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.