בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פאלג דיין ווייב און פארקויף דיין הויז אין נישט א גוטע געגנט
שלום בית, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאלג דיין ווייב און פארקויף דיין הויז פון די געגנט וואס די שכנים זענען נישט צניעות'דיג, און זוך א הויז אין אן ערליכע געגנט מיט גוטע שכנים.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא; ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט רב משרשיא געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'.


האסט א ווייב אן אשה כשרה, זי ווייסט גאר גוט וואס זי וויל, זי וויל ערליכע קינדער, זי זאגט דיר שוין אזוי לאנג אז די נייע הויז מיט די נישט גוטע שכנים נעמט אוועק די יראת שמים פון די קינדער, זאלסטו טון וואס די תורה זאגט (בראשית כא, יב): "כֹּל אֲשֶׁר תֹּאמַר אֵלֶיךָ שָׂרָה שְׁמַע בְּקֹלָהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.