בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פאלשע בלבולים, צו קענען צונעמען די קינדער
קינדער, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד הרב...


דאס וואס מען זאגט אז די פרוי מרת ... תחי' איז נישט סטאביל צו קענען אויפציען אירע קינדער און אז זי ליידט אויף ... - איז נישט וואר; די שלעכטע שמועות האט איר געוועזענער מאן ארויסגעלאזט, ווייל ער וויל פון איר צונעמען די קינדער.


פארקערט, ער האט פאר מיר מודה געווען כמאה עדים, (ווען ער האט געטראכט צוריק צו גיין צו איר), אז די אלע זאכן זענען בלבולים.


אויך האב איך בכתב - סיי פון אים ווי ער איז מודה אויף זאכן וואס ער האט געטון שלא על פי תורה, און אויך ווי די קינדער האבן מיר געשריבן שרעקליכע זאכן, וואס אין כאן המקום לפורטם אז ער איז א סכנה פאר זיי וד"ל.


איך בין גרייט צו קומען עדות זאגן.