בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד די חשוב'ע מערכת קרית ברסלב בלעטל
ערשטנס וויל איך ענק באדאנקען פאר די שיינע ריינע אויסגאבע וואס איז פול מיט אמונה, אמונת חכמים און יראת שמים.
איך וויל אויפמערקזאם מאכן אויף די אויסגאבע פון יום טוב סוכות, וואו מען האט אזוי צענומען די ווערטער פון די אפיקורסים עוכרי ישראל וואס האבן אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידן, און אויך גורם געווען דאס פארגיסן בלוט פון מיליאנען אידן; עס פאסט נישט פאר אזא ריינע בלעטל אראפ צו ברענגען זייערע לשונות טמאים, דער רבי זאגט דאך קלאר (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מד): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד מִדִּבּוּרִים שֶׁל כְּפִירָה וְאֶפִּיקוֹרְסוּת" מען דארף זיך זייער היטן פון די ווערטער פון די אפיקורסים, "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ אוֹמְרָם מִלִּבּוֹ הַיְנוּ שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ מַאֲמִין וְאֵינוֹ כּוֹפֵר" אפילו דער מענטש זאגט דאס נאר נאך בשם די אפיקורסים און ער גלייבט יא אינעם אייבערשטן, זאל ער אויך נישט נאכזאגן גארנישט פון זיי.
אונזער בלעטל דארף זיך האלטן ווייטער אויף אמונת חכמים, און אז מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל ווער די ערב רב זענען, און וויפיל בלוט זיי האבן פארגאסן און פארגיסן נאך יעצט - איז דאס ביי אונז גענוג, מיר דארפן נישט חזר'ן הערצל'ס אדער זשאבוטינסקי'ס ווערטער, און זיכער נישט שרייבן אפילו אלס ווערטל זשאבוטינסקי'ס פערל ווערטער, און אז איינער שיקט אריין א בריוו צום מערכת אז אונזער בלעטל איז פינקט ווי אנדערע בלעטלעך מיטן פארדרייען פאקטן אז עס "איז א שרעק ווי די אנטי ציוני'סטישע באוועגונג איז אזוי גרויס, ממש א שרעק" - וואלט איך נישט געדרוקט אזא בריוו.
שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט, בלאזט אריין חיות און א טרייסט אין אידישע קינדער מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.