בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת כי תשא, פורים קטן, י"ד אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב מיר זייער מחי' געווען צו רעדן מיט דיר און הערן פון דיר אז דיין זון ... נרו יאיר גייט היינט מסיים זיין די ערשטע מאל ששה סדרי משנה; וואו אויף דער וועלט איז דא אזא זאך, אז א קינד פון ניין יאר איז מסיים ששה סדרי משנה? איך וועל אים שרייבן א חיזוק בריוו ער זאל שוין אנהייבן נאכאמאל משניות.
נאך מער פריי איך זיך צו הערן אז דיין זון הבחור ... נרו יאיר פארשפרייט ווייטער גליונות אין לאנדאן יעדן ערב שבת; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחזק זיין און מקרב זיין נאך א איד צום אייבערשטן.
איך האב געליינט אין די תולדות פון חסידי חב"ד ווי זיי האבן זיך מוסר נפש געווען אין רוסלאנד דורכאויס די שווערע ביטערע יארן פון קאמוניזם ווען די רעגירונג האט נישט געלאזט האלטן אידישקייט, און אויב מען האט געכאפט א איד פארשפרייטן אידישקייט האט מען באצאלט פאר דעם מיט'ן לעבן. איז געווען א איד מיט'ן נאמען ר' בערקע חן זכרונו לברכה, א שטיק מסירות נפש איד! ער איז געווען באהאלטן אין א שטוב פון וואו ער איז נישט ארויס געקומען פאר לאנגע יארן, שבת פלעגט מען זיך צוזאמקומען שטילערהייט ביי אים אין שטוב וואו ער איז געווען באהאלטן זיך צו מחזק זיין מיט אמונה און בטחון. דער ר' בערקע פלעגט אויסזאגן יעדן שבת גאנץ תהילים, איז אמאל אריין געקומען צו אים אין שטוב א בחור און אים געזאגט די פאלגענדע ווערטער: "ר' בערקע איר זענט נישט גערעכט מיט דעם וואס איר נעמט דעם גאנצן גן עדן פאר אייך; פארוואס זאלט איר דאס נישט פארגינען פאר אונז בחורים? מיר זענען זיך מוסר נפש אהער צו קומען הערן אביסל ווערטער פון אמונה און איר זיצט זיך פארשפארט מיטן תהילים?!" האט ר' בערקע גלייך פארמאכט דעם תהילים און פארברענגט מיט די בחורים.
דאס זאג איך דיר אויך, אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן דו האסט זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן, פון זיינע זיסע עצות און פון דעם סדר דרך הלימוד, ווי דו שרייבסט מיר יעדן טאג דיינע סיומים וכו', האב איך דאס מערסטע הנאה פון דעם אז דו מיט דיינע קינדער זענען עוסק אין הפצה, אז דו האלסט נישט דעם גאנצן גן עדן בלויז פאר דיר אליינס, נאר דו פארגינסט א שטיקל גן עדן פאר נאך א איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.