בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
ישראל יוסף נרו יאיר
ווען דו רעדסט מיט די בחורים זאלסטו שטענדיג האלטן פאר דיינע אויגן די ציל אריינצולייגן אין זיי אמונה, זיי זאלן געדענקען צו רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, און אפילו עס קומט דיר אויס צו רעדן פון דאס און יענץ, בחורים האבן ליב צו רעדן פון אלעס, איז ווען דו רעדסט מיט זיי זאלסטו אלץ האלטן פאר דיינע אויגן די אמונה, תפילה, התבודדות וכו'.
מוהרא"ש זאגט, עס שטייט אין מדרש אויפן פסוק (תהלים פט, כז): "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי אָתָּה", ווען די סנהדרין האבן זיך צאמגעזעצט דן זיין דוד המלך אז ער איז נישט ראוי לבא בקהל, איז ארויס א בת קול פון אונטער זייערע שטולן: "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי אָתָּה", ווי שעמען ענק זיך נישט צו פסל'ן מיין דוד פון לבוא בקהל, אמער, ער רופט מיך טאטע, שטענדיג רופט ער מיך טאטע, יעדע זאך וואס באדערט אים און יעדע זאך וואס שטערט אים – קומט ער צו מיר און רופט מיך טאטע...
פארגעס נישט די ציל פון די ישיבה, וואס מיר ווילן פון די תלמידים, נאר דאס און נאכאמאל נאר דאס, זיי זאלן שרייען 'אָבִי אָתָּה'.
אוודאי דארף זיין סדר, זמנים, דרך ארץ וכו' וכו', אבער העיקר איז "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי אָתָּה", אלע בחורים זאלן דערהערן אז זיי קענען זיך שטענדיג ווענדן צום אייבערשטן.