בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל
אזא שאד אז דו האסט זיך אפגעקילט פון היכל הקודש און יעצט איז דיין גאנצע אידישקייט אפגעקילט, א שאד דו האסט זיך געטראפן חברים לצים וואס שפעטן פון די הייליגע צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש זייער גאנץ לעבן צו ברענגען נשמות ישראל צום אייבערשטן; פורים האבן אלע דיינע חברים צו מיר געוויינט אויף דיר אז דו האסט זיך אפגעקילט און אפגעלאזט דעם רבי'ן.
אפילו דו ביסט געפאלן אין די טיפע אפגרונד, דו געפינסט זיך אין שאול תחתית רחמנא לצלן, פון וואס דו האסט אלץ עובר געווען, זאלסטו וויסן אז אויב דו וועסט פון די רגע אויפהערן טראכטן פון די אלע זאכן וואס דו האסט עובר געווען, און דו וועסט זיך אנהייבן מחיה זיין מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט זוכה געווען צו טון; מיט דיין ציצית, תפילין, תורה, תפילה, צדקה, שבת וכו' און דו וועסט זיך זייער פרייען מיט דעם - קענסטו זוכה זיין אז אלע דיינע עבירות וועט איבערגעדרייט ווערן צו זכותים, און דו וועסט ארויפגיין העכער און העכער, ביז דו וועסט נכלל ווערן אינעם אייבערשטן.
אבער וויסן זאלסטו אז דער סמ"ך מ"ם וועט נישט צולאזן דו זאלסט זיך אנהייבן פרייען, ער וועט קומען צו דיר מיט א פארשטעלאכץ, ער וועט דיר זאגן: 'טאקע, דורך שמחה קען מען אנקומען צו גאר הויכע מדריגות, אבער דאס מיינט מען נישט דיר, ווייל דו ביסט שוין א פארטיגער, דיר העלפט שוין גארנישט'; זאלסטו וויסן ליבער ברודער אז דאס איז נישט אמת, ווייל אויך דו קענסט נאך ארויסגיין פון אלע טומאות און ווערן א גרויסער צדיק; באניי זיך, הייב אן פון די רגע זיך פרייען מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט שוין געטון.
לאז זיך נישט פארנארן פונעם סמ"ך מ"ם, וויסן זאלסטו ער האט אפאר וועגן ווי אזוי ער קומט צום מענטש, אמאל קומט ער צום מענטש מיט א פארשטעלאכטץ, ער פארשטעלט זיך מיט מצוות, ער קומט מיט א פרומע פנים, כאילו עס איז א גרויסע מדריגה צו זיין דערביטערט און צעקלאפט, און אזוי ווארפט ער אריין דעם איד אין שאול תחתית, דורך עצבות ומרה שחורה; ברודער אנטלויף פון די מרירות, הייב זיך אן צו פרייען מיט דיינע גוטע זאכן - וועסטו אריינגיין אין די קדושה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.