בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך ווייס נישט ווער דו ביסט, אבער עס קומט דיר אסאך קרעדיט אז דו האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן. מיט אלע דיינע שווערע מצבים וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאך אלץ אריבער טאג איין טאג אויס, מיט דעם אלעם האלסטו אזוי שיין דיין שטוב, דו בויסט דיין שטוב צוזאמען מיט דיין אשת חיל מיט דיינע זיבן קינדערלעך.
דאס וואס דו פארשטייסט נישט פארוואס אלעס גייט דיר אזוי שווער; דו שפירסט נישט ווי מען הערט אויס דיינע תפילות און געבעטן, דו שפירסט ווי מען שטופט דיר אוועק, דו טאפסט א וואנט וכו'; וויסן זאלסטו אז דער הייליגער רבי ענטפערט דיין פראגע, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען א מענטש וויל ווערן אן ערליכער איד, ער שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", אבער דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דעמאלט וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס זענען נאר פארהאן.
דאס איז דיין שיינקייט און דאס האט דער אייבערשטער ליב; דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך, ער גייט נישט אוועק פון די אמונה אזא איינער איז באליבט אויבן אין הימל.
איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, לאז נישט אפ התבודדות; זיי ממשיך מיט דיינע תפילות ובקשות ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר.