בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פארמאך דיין טעלעפאן, און עפן דיין הארץ
צדקה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


איך קוק זייער ארויס אויף דעם וואס דו האסט אנגעהויבן צו גיין נאך געלט, דו נעמסט צאם צדקה פאר די מוסדות היכל הקודש, צו קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס, דער אייבערשטער זאל דיר געבן חן און סייעתא דשמיא זאלסט קענען טון דיין ארבעט בנאמנות מיט גרויס הצלחה.


זיי זיך קובע יעדן טאג צו גיין התבודדות, זוך דיר א שטילע פלאץ וואו דו וועסט נישט ווערן געשטערט פון קיין שום זאך, פארמאך דיין טעלעפאן. דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט אים קענען דינען מיט תורה ותפילה.


אויך זאלסטו נישט גיין אין אפיס נאר נאך מקוה, נאך שחרית, און נאך עפעס עסן פאר די נשמה, עפעס שיעורי תורה; אזוי וועסטו מצליח זיין.