בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פארן אויף וואקאציע מיט חברים אדער די ווייב?
חברים, שלום בית, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען הערליך שיין, מען האט זיך זייער מחזק געווען מיטן הייליגן רבינ'ס תורות. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַּׁבָּתִים שֶׁשּׁוֹבְתִים אֶצְלִי הֵם גְּדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַּׁבָּת לְשַׁבָּת", די שבתים וואס מען קומט צו מיר איז מער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל פון אנהויב וואך ביז סוף וואך; מוהרא"ש זאגט, דאס איז אויך היינט, ווען מען קומט דאווענען אין א שטיבל וואו מען רעדט נאר דעם רבינ'ס ווערטער לעובדא ולמעשה איז דאס אזוי גרויס, מען איז זוכה צו באקומען אסאך קדושה.


איך בעט דיר זייער, לאז זיך אפ פון די קינדערישע מעשיות, לאז זיך אפ מיט די קליינקעפלדיגקייט פון "ארויסגיין פארברענגען מיט חברים"; מוהרא"ש לערנט אונז: "אויב איז דא אזא זאך ווי א חבר - איז דאס די ווייב"; מיט איר זאל מען רעדן און פארברענגען, און זייער אכטונג געבן אויף האבן א גוטע שלום בית. ביים רבי'ן איז דאס געווען פון די וויכטיגסטע זאכן, מען זאל מכבד זיין די ווייב, איר געבן גוטע ווערטער. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


איך וואונדער זיך אויף די וואס פארן אויף וואקאציע מיט חברים; ווי קען מען זיין אזוי נאריש, אזוי קינדיש - איבער צו לאזן א ווייב און גיין מיט חברים אויף אן אויספלוג אויף וואקאציע?! די חברים זענען חברים פאר א האלבע טאג אדער א האלבע וואך, נאכדעם ווערן זיי נעלם, נישט נאר נעלם נאר זיי באגראבן דעם מענטש אויף א מיאוס'ן אופן; ווי קען מען זיין אזוי נאריש, זיך פירן ווי א קליין קינד; די ווייב איז א שמאטע, זי איז גארנישט ווערד; מען לויפט צו חברים, אן קיין שכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.