בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
מי שגמלך כל טוב היא יגמלך כל טוב סלה.
דאנק דעם אייבערשטן אויף די נס וואס ער האט דיר געמאכט אז דו ביסט געראטעוועט געווארן פון דעם עקסידענט און זיי אויף זיך מקבל נישט צו טון קיין סכנה'דיגע זאכן; נאך אביסל וועסטו אם ירצה ה' טרעפן דיין זיווג.
איך האף אז דו וועסט מיר פאלגן און נישט מאכן קיין לייסענס צו דרייוון א מאטאר-סייקל; מוהרא"ש איז געווען זייער דערקעגן. דאס איז א גרויסע סכנה און עס לוינט נישט צו איינשטעלן דאס לעבן פאר די קליינע תאוה'לע.
בנוגע דיין מומע וכו'; דו שטיי אין דער זייט און מיש זיך נישט אריין. איך בעט דיר ברחמים זאלסט קיינמאל נישט וויי טון א איד. אפילו יענער איז נישט גערעכט, ער וויל נישט געבן קיין גט און ער האט אריין גענארט דיין מומע וכו' וכו', זאלסטו נישט טון קיין ווילדע זאכן. ווער רעדט נאך אין דעם פאל ווען דאס האט בכלל נישט מיט דיר - זאלסטו זיכער גארנישט טון. אז דו ווילסט העלפן דיין מומע תחי' זאלסטו בעטן פאר איר און פאר אלע אידישע קינדער אז קיינער זאל נישט וויסן פון קיין צער און עגמת נפש.
דו האסט דאך שוין טועם געווען פון די אונגארישע וויין נאכדעם וואס דו ביסט מקורב צום רבי'ן, דארפסטו נעמען די שכל פון רבי'ן נישט צו זיין פארנומען צו פאררעכטן די וועלט נאר אריין כאפן תורה מצוות ומעשים טובים. נוץ אויס דיינע בחור'ישע יארן מיט לימוד התורה; זע צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא ביז דו וועסט זוכה זיין צו קומען צו ישוב הדעת, צו וויסן אז מיר זענען נישט דא פאר צו לאנג, מיר זענען נאר דא אזוי ווי געסט - וואס באלד קערן מיר זיך שוין צוריק אהיים צום אייבערשטן, איז דאך א שאד צו זיין פארנומען מיט נארישקייטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.