בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך בין זיכער אז מיטן זיך פארנעמען עפעס א גוטע זאך פארן אייבערשטן מיט די "אויגן" – וועט קומען א גרויסע ישועה אויף די "אויגן".
עס שטייט (שמות כא, כד): "עַיִן תַּחַת עַיִן", אן אויג אנשטאט אן אויג, אזוי ווי דער הייליגער רבי טייטשט דעם פסוק (תהלים סב, יג): "וּלְךָ ה' הַחֶסֶד כִּי אַתָּה תְשַׁלֵּם לְאִישׁ כְּמַעֲשֵׂהוּ", זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפז), ווי אזוי קען מען וויסן וואס צו פאררעכטן? ווען מען באקומט א שטראף פונעם אייבערשטן – ווער קען זאגן וואס דאס מיינט? מאכט דער אייבערשטער: "מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה, שֶׁעַל יְדֵי זֶה הוּא מֵבִין לְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו וְלֵידַע הַחֵטְא שֶׁפָּגַם בּוֹ וְלָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווייסט דער מענטש אויף וואס זיך נאך צו זוכן, און צו תשובה טון, עיין שם.
נעם זיך פאר עפעס גוטע זאכן מיט די אויגן, אדער נישט קוקן דרשות של דופי, פאדקעסטס פון לצים (לצים מיינט אלעס וואס מען רעדט אויסער תורה און אמונה), אדער נעם זיך פאר צו לייגן א פילטער וכו', נישט זען גלוי עריות, אדער גאר גוטע אויגן, קוקן נאר גוט אויף יעדן איינעם, אדער וואס דו וועסט אליינס שפירן וואס איז ריכטיג.
ישועת ה' כהרף עין, דעם אייבערשטנ'ס הילף קומט אין אן אויגן בליק, דאס מיינט מיטן געבן א בלינק – א פארמאך די אויגן פון נישט קוקן שלעכטס – קומט די ישועה.