בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פארשפרייטן דעם רבינ'ס התחזקות
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט ווייטער גיין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס התחזקות; מענטשן גייען יעצט אריבער שווערע ביטערע נסיונות, מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט אנדערע שווערע יסורים, און דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, יעדן שטארקן מיט די זיסע התחזקות.


קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט שוואך ווען איינער שרייט אויף דיר, ווער נישט צעפאלן ווען מען לאכט און מען שפעט וכו'; דו האסט נישט קיין השגה וואס גייט פאר, וואס איך הער צאם אין איין טאג... די מח קען פלאצן פון די ווייטאג וואס מענטשן גייען אריבער, און נאר דער רבי קען יעדן העלפן.


וואויל איז פאר אלע וואס זענען עוסק אין הפצה, די האבן א חלק אין די גאולה, און די אלע זענען אפגעהיטן פונעם אייבערשטן פון צו טון שלעכטס, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", ווער עס טוט פארן רבים – ווערט אפגעהיטן פון עבירות.