בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פארשפרייטן ספרים פון אמונה
אמונה, הפצה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטע זאל העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע ליכטיגע שטוב, און זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות.


שטארק זיך און גיי ווייטער אן מיט דיין הייליגע ארבעט צו מזכה זיין אידישע קינדער זיי צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן זיינע עבירות זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי הפצה. דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה, דף קכח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה, "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא", ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, "וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ", ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, "וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", דער מענטש איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. "כָּל מָארֵי דִּינִין לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די מפיצים אז פאר די פארלוירענע אידן וואס זענען ווייט פון שמירת המצות, זיי ווייסן נישט פון תורה ומצות - דארף מען געבן ספרים און קונטרסים וואס רעדן זיך פון אמונה, אבער פאר פרומע אידן האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געהייסן בעיקר געבן ספרים און קונטרסים וואס רעדט זיך פון קדושה וטהרה וכו'; היינט איז ליידער דער דור שוין אזוי געפאלן אז פאר פרומע אידן דארף מען אויך געבן ספרים פון אמונה. עס דרייען זיך ארום בתוכינו יונגעלייט און בחורים, פרויען און מיידלעך אנגעפילט מיט קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן, דארף מען בעיקר פארשפרייטן די אמונה, דאס איז דער עיקר וואס מענטשן דארפן היינט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.