בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך פריי זיך זייער יעדע מאל איך זע דיך, איך האב הנאה צו זען ווי די פירסט זיך אזוי שיין, מיט יראת שמים און מידות טובות.
קומענדיגע וואך גייען מיר זוכה זיין צו עסן די הייליגע מצה. ביים עסן די מצה איז מען זוכה צו באקומען אמונה, דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בא, מא.) מצה איז אמונה, "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", מען הייבט אן לעבן מיט א שטארקע אמונה, עס ווערט ליכטיג, מען וויל שוין מער נישט פארשטיין, מען האט מער נישט קיין קשיות און קיין שאלות.
'פסח' איז די אותיות 'פה סח', די מויל שמועסט מיטן אייבערשטן, ביז פסח איז מען געווען אין מצרים ביי פרעה, 'פרעה' איז די אותיות 'פה רע', א שמוציג מויל רחמנא לצלן, און ווען עס קומט פסח איז מען זוכה צו ניצן די מויל אויף תורה און אויף תפילה.
יעצט פסח זאלסטו זיך באנייען מיטן פה סח, מיט שמועסן און אויסרעדן דאס הארץ פארן אייבערשטן, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס ליגט אויפן הארץ, ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, ווי שטארק דו ווילסט דאווענען און לערנען, און ווי דער יצר הרע שטעלט אונטער יעדן טאג אנדערע שטערונגען. דאס רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן ברענגט א שטארקע דביקות לשם, מען ווערט איינס כביכול מיטן אייבערשטן, עס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן און ברענגט אים צו גרויסע מדריגות.
אנשטאט שמועסן מיט מענטשן, אנשטאט צו פארברענגען און פארברענען די צייט - זאלסטו ניצן דיין מויל, דעם פה-סח - צום אייבערשטן. טייל איין דאס רעדן צו אים אין דריי; הייב אן מיט תודה והודאה, דאנק און לויב אים פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר, און נאכדעם זאלסטו זיך מתוודה זיין פאר אים, דערצייל אים אלעס וואס דו האסט געטון אין דעם היינטיגן טאג וואס איז נגד רצונו, און טו תשובה, און דריטנס - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים.
טייערער ברודער נעם די עצה, זוך א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט און דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן איינגעטיילט אין דריי; דאנקען, זיך מתוודה זיין און בעטן אויף ווייטער; קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס פאר א הויכע מדריגות דאס וועט דיך ברענגען, דו וועסט ווערן ארומגענומען מיטן אייבערשטן, עס וועט שיינען אויף דיר עריבות נעימות וידידות חיות אלקותו יתברך.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.