בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פונדאסניי זיך אויפפרישן נאך די חתונה
חתונה, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האף אז אלעס ביי דיר איז גוט, און דו ביסט נאך שטארק מיט דיין עבודת השם, מיט לערנען און דאווענען.


ברודער, נאכדעם וואס מען האט חתונה דארף מען פריש מקורב ווערן, ווייל ווען מען איז א בחור, צעבראכן און צעריסן – דעמאלט לעבט מען דעם רבי'ן, די חיזוק און די עצות ווי זיך צו דערהאלטן, און ווען מען האט חתונה דארף מען זיך פונדאסניי אויפפרישן מיט ווערן מקורב צום רבי'ן.


אמאל פלעגסטו קומען ליל שישי צו די שיעורים; קום צום שיעור וועסטו האבן חיזוק צו לערנען און דאווענען.