בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
האב נישט מורא פון קיינעם, דו פיר די מוסד ווי מען דארף עס פירן, און אז עלטערן שרייען אויף דיר וכו' - זאלסטו זיך נישט לאזן צעברעכן, על מנת כן האב איך דיך אויפגענומען צו פירן מיינע מוסדות. איך האב געשריבן די משפחה אז זיי מוזן איבער בעטן, זיי קענען נישט אזוי רעדן צו די מנהל, און איך בעט דעם אייבערשטן זאל דיר געבן כח, און דער עיקר א גרויסע שכל - זיך נישט נעמען צום הארצן ווען איינער שרייט, נאר ווייטער טון וואס איז ריכטיג.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה י, ב) אויפן פסוק (ישעיה ו, ח): "וָאֶשְׁמַע אֶת קוֹל ה' אֹמֵר, אֶת מִי אֶשְׁלַח וּמִי יֵלֶךְ לָנוּ", ישעיהו הנביא האט געזאגט אז ער האט שפאצירט ביי זיך אין בית המדרש, און פלוצלונג הערט ער ווי דער אייבערשטער זאגט: "וועם זאל איך שיקן צו די אידן מיט א נבואה? איך האב זיי געשיקט דעם נביא עמוס - האבן די אידן חוזק געמאכט פון אים"; זיי האבן געזאגט: "קען דען זיין אז דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן עמוס צו זיין א נביא, ער האט דאך נישט קיין קלארע דיבור", אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן, פארוואס הייסט ער עמוס? ווייל ער איז געווען עָמוֹס בִּלְשׁוֹנוֹ, ער האט נישט געקענט רעדן קלאר; "האב איך זיי געשיקט א צווייטע נביא – מיכה, ער זאל זיי זאגן נביאות, האבן די אידן אים געשלאגן", אזוי ווי עס שטייט "בַּשֵּׁבֶט יַכּוּ עַל הַלְּחִי אֵת שֹׁפֵט יִשְׂרָאֵל"; "וועם קען איך שיקן צו די אידן?" האט ישעיהו הנביא געזאגט: "וָאֹמַר הִנְנִי שְׁלָחֵנִי", איך בין מסכים צו גיין, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "בָּנַי טַרְחָנִים הֵם, סַרְבָּנִים הֵם, מְקַבֵּל אַתָּה עָלֶיךָ לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם?" מיינע קינדער זענען שווערע קינדער, זיי זענען ווידערשפעניגער, דו קענסט באשטיין צו זיין זייער נביא אפילו זיי וועלן דיר שלאגן און פארשעמען? האט ישעיהו הנביא געענטפערט: "עַל מְנַת כֵּן", האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "וועסטו זיין מער ווי אלע נביאים".
זעט מען פון דעם, אז ווען איינער נעמט זיך אונטער צו העלפן דעם אייבערשטנ'ס קינדער, 'עַל מְנַת לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם', איז ער זוכה צו זייער גרויסע זאכן.
דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך און זיי ווייטער ממשיך צו פירן די הייליגע מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש וואס פירט זיך על טהרת הקודש - ביתר שאת וביתר עוז. זיי מחזק די מלמדים, די טיטשערס, די קינדער, די בחורים, אפשר מן השמים פירט מען אזוי, אז דו זאלסט שפירן א צעבראכנקייט, אזוי וועסטו טראכטן פון די מלמדים וואס זענען צעבראכן אויף פיץ-פיצלעך, און דו וועסט זיי מחזק זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.