בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פלעכטס אריין אינמיטן די פסוקים, אייערע אייגענע תהילים ווערטער
תפילה והתבודדות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר בחוקותי, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים, איר האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איבער הונדערט מאל דעם ספר תהילים.


יעצט זאלט איר ווייטער זאגן תהילים און פלעכטס אריין אינמיטן די פסוקים אייערע אייגענע תהילים ווערטער, לויב ווערטער און דאנק ווערטער; אזוי וועט איר פרייליך מאכן כביכול דעם אייבערשטן מיט אלע מלאכים און אלע וועלטן, און עס וועט מאכן רוען דעם אייבערשטן ביי אייך.


דער ראש ישיבה.