בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פסח מישט מען זיך נישט מיט קיינעם
אמונה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען נישט קוקן אויף אנדערע, ווייל פסח מישט מען זיך נישט מיט קיינעם, מען עסט נאר אין שטוב, אדער ביי די עלטערן, אדער ביי זיידעס.


פסח קומט אראפ אזא הייליגקייט, פסח לערנט אונז מען זאל נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, מען זאל זוכן אין זיך גוטע נקודות, מען זאל נישט נאכמאכן אנדערע, און זיך נישט קלאפן דורך אנדערע; דורכדעם וואס מען זעט ווי אנדערע זענען מצליח, אנדערע דינען דעם אייבערשטן און מען קוקט אויף זיך זעט מען זיך אזוי ווייט.


מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות פסח ט, כב), פינקט אזוי ווי דער מענטש דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן קיין התפעלות פון שלעכטע מענטשן וואס מאכן חוזק פון אים ווען ער דינט דעם אייבערשטן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן, אזוי אויך און נאך אסאך מער דארף מען זיין ביי זיך זייער שטארק נישט צו ווערן צעבראכן פון די ערליכע חברים, ווען מען זעט ווי זיי שטייגן און זענען מצליח בעבודת השם, און מען איז נאכנישט זוכה צו טון וואס זיי טוען וכו'; דאס לערנען מיר זיך פסח, מען מישט זיך נישט מיט קיינעם, מען זאל נישט צעבראכן ווערן פון אנדערע.


חיזוק קען מען נעמען פון אנדערע, מען קען זיך לערנען פון אנדערע צו זען ווי זיי שטארקן זיך מיט זייער עבודת השם, אבער נישט אויף נאכצומאכן, מען קען נישט נאכמאכן אנדערע, און עס איז נישט אינטערעסאנט נאכצומאכן אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.