בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, בארא פארק
פורים ווען דו ביסט געווען שיכור האסטו געוויינט צו מיר, אויך האסטו מיר אביסל וויי געטון, ווייל דו האסט מיר געזאגט אז עס אינטערעסירט מיר נישט אז דו האסט נישט קיין שידוך; האסט געשריגן אויף מיר אז פינקט ווי די פאריעריגע שניי אינטערעסירט מיר אזוי אינטערעסירט מיר דאס אז דו ווערסט עלטער און עלטער.
איך וויל דיר זאגן אז איך בין זייער וויי געטון געווארן פון דיר; ווי קען א תלמיד זאגן פאר א רבי אזעלכע וועטער, דו לערנסט שוין ביי מיר איבער צען יאר און איך געב זיך אפ מיט דיר, איך פרוביר אזויפיל צו מאכן פאר דיר א שידוך, ווי קענסטו זאגן אזוי? בכלל איז מיר א וואונדער די וועג ווי מען רעדט צו א רבי וואס לערנט תורה און ברענגט נאנט צום אייבערשטן, אפילו מען טרינקט וויין; אדרבה, 'נכנס יין יצא סוד', עס דארף ארויסקומען א ליבשאפט, עס דארף ארויס קומען דעם אמת.
דעם שבת בענטשן מיר חודש ניסן, דער מנהג ביי אונז איז צו ליינען אין די ערשטע צוועלף טעג די פרשה פון די נשיאים (פרשת נשא, פון חמישי ביז סוף פרשה), עס איז מסוגל פאר אסאך זאכן, בפרט פאר בחורים און מיידלעך וואס דארפן א שידוך. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים"; איז זיכער אין די טעג וואס מען ליינט די פרשה פון די קרבנות הנשיאים איז זייער מסוגל צו פועל'ן א שידוך. זאלסטו זאגן יעדן טאג די פרשה פון די נשיאים, און ווען דו ענדיגסט זאגן די פרשה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן דיין שידוך.
ליבער ברודער האב נישט קיין תרעומות אויפן אייבערשטן אז דו האסט נאכנישט דיין שידוך, זיי נישט ברוגז אויפן אייבערשטן, דו זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות ער זאל דיר ברענגען דיין שידוך, רעד זיך נישט איין אז איינער קען דיר העלפן מיט א שידוך, נאר דער אייבערשטער וועט דיך העלפן און נאר ער מאכט שידוכים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפינען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.