בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרוביר מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך
שמחה, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל דער רבי האט אונז בפירוש געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", אלע מחלות און אלע קרענק קומען אויף א מענטש ווייל ער איז דעפרעסט און נישט פרייליך, "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע, ווייל מען איז נישט פרייליך.


עס איז נישט גרינג צו זיין פרייליך נאכדעם וואס דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק אז דער מענטש זאל נישט זיין פרייליך. ער ברענגט אריין שלעכטע מחשבות אינעם מענטש; דמיונות, פחדים, בלבולים - און וואס נישט, אלעס כדי צו צונעמען די שמחה פונעם מענטש. מיר דארפן אבער פאלגן דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן זיין פרייליך, דורכדעם וועלן אוועק גיין אלע צרות און אלע יסורים.


דעריבער זאלט איר פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; איר זאלט טאנצן אין שטוב מיט די קינדער, דורכדעם וועלן אוועק גיין אלע אייערע ווייטאגן. מוהרא"ש זאגט (מקור השמחה שיחות וסיפורים, סימן פד) בשם רבי אברהם בן רבי נחמן: "מיט'ן זיין פרייליך וויפיל מ'איז נאר פרייליך, איז מען נאך אלץ נישט יוצא די מצוה וואס דער רבי האט אונז געהייסן זיין פרייליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל אוועק גיין פון אייך אלע ווייטאגן און איר זאלט זיין געזונט און שטארק. איך בעט פאר אייך איר זאלט האבן א רפואה שלימה.