בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרוביר צו ענדיגן יעדע וואך ספר המידות
בחור, סדר דרך הלימוד, שלחן ערוך, ספר המידות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ג אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו ליינען דיינע בריוו.


יעצט אז דו האסט מסיים געווען אלע ספרים פון נ"ך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ספר המידות, פרוביר צו ענדיגן יעדע וואך ספר המידות. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד", אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות און דעם יום תהלים.


אויך בעט איך דיר, זיי מעביר סדרה יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום, זיי מעביר סדרה פון אנהויב וואך, און פרוביר צו ענדיגן שוין די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום אויף דאנערשטאג, אזוי זאלסטו נישט פארפאסן א וואך פון מעביר סדרה זיין.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג הלכה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף שֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הער אויס דיין מגיד שיעור הרב משה שמואל שליט"א און פאלג וואס ער זאגט דיר.


געב א גרוס פאר אלע בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.