בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א פרוי נאר אז איר מאן זאל רעדן שיין, איר אויסהערן און פארשטיין
שלום בית, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, שובבי"ם, כ' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שלום בית איז נישט דאס ארויסגיין עסן אין טייערע פלעצער וכו', שלום בית איז רעדן שיין, שלום בית איז זוכן דאס גוטס איינער ביים צווייטן. שלמה המלך זאגט (משלי טו, יז): "טוֹב אֲרֻחַת יָרָק וְאַהֲבָה שָׁם מִשּׁוֹר אָבוּס וְשִׂנְאָה בוֹ", עס איז בעסער צו עסן אביסל גרינצייג - אן ארעמע מאלצייט - ווען עס איז דא ליבשאפט דארט - ווי שטיקער פלייש און מען האט זיך פיינט.


דיין ווייב דארף נישט זאלסט איר ארויסנעמען וכדומה, א פרוי דארף איין זאך, אז איר מאן זאל רעדן שיין צו איר, און דו זאלסט איר אויסהערן און פארשטיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כ:): "רוֹצֶה אִשָׁה בְּקַב וְתִּפְלוּת", א פרוי וויל ענדערש ווייניג עסן און זיין נאנט מיט איר מאן, "מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", ווי איידער אסאך עסן און זיין אפגעטיילט.


נעם אראפ פון דיין טעלעפאן אלע זאכן וואס זענען נישט פאר די ביזנעס; גיי אהיים נאכן ארבעטן און לעב מיט דיין ווייב, רעד שיין צו איר - וועסטו אריינברענגען די שכינה אין שטוב, עס וועט זיין אלע ברכות און אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.