בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרייליך מאכן די גאנצע שטוב
חנוכה, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען אריין אין די ליכטיגע חנוכה טעג, חנוכה איז דער עיקר דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אונז. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וואס דאס איז דער תענוג פון עולם הבא - צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים צו לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס; דורכן דאנקען דעם אייבערשטן ווערט מען נאנט צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליין - איז מען נענטער צו אים.


דער עיקר זאלסטו זיין פרייליך און פרייליך מאכן די גאנצע שטוב; קינדער האבן ליב פרייליכע צייטן, מאך זיי זאלן ליב האבן חנוכה, זיי זאלן ליב האבן מצוות.


זע צו זאגן תהלים, און טייטשט די ווערטער מיט דיינע אייגענע איבערגייאכץ, ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מגלה געוען אז אויבן אין הימל איז זייער חשוב ווען מען זאגט תהלים און מען טייטשט זיך אליינס אריין אין די ווערטער, און אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט פאר זיינע תלמידים איך וויל ענק ווייזן ווי זיס די קאפיטלעך תהלים איז אין הימל ווען מען זאגט דאס מיט א תמימות, מען בעט פאר אלעס וואס מען דארף; ער האט זיי געהייסן זיך פארמאכן די אויגן און זיי האבן געהערט א שיינע זיסע געזאנג, איינער האט געזינגען: "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים... הייליגער באשעפער העלף מיר, דער פריץ וויל מיך ארויסווארפן פון מיין דירה, איך האב נישט קיין געלט פאר רענט", א צווייטע זיסע קול זינגט: "למנצח מזמור לדוד... רבונו של עולם, העלף מיר אז מיין קו זאל צוריק אנהייבן געבן מילך, לעצטנס קומט נישט קיין מילך"; זיי האבן זיך זייער מחי' געווען צו הערן די זיסע קולות וואס האט זיך געהערט מיט אזא געשמאק, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט זיי געזאגט: "אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א קאפיטל תהלים ווי דא, אין הימל איז דאס א געוואלדיגע חשיבות".


געב חנוכה געלט פאר דיינע קינדער'ס מלמדים און טיטשערס, און באדאנק זיך פאר זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.