בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרייליכע פורים, מיט אן ערליכע מויל
פורים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים – ווען דו גייסט ארום מיט די חברים ביי הייזער משמח זיין און צאמנעמען צדקה זאלסטו זיך אכטונג געבן פון רעדן און הערן ניבול פה, ווייל ליידער ליידער זענען דא בחורים און אינגעלייט וואס זיי מיינען אז פורים איז א טאג וואס מען שיכור'ט, קען מען רעדן שמוציג; זאלסט זיך זייער היטן פון רעדן און הערן ניבול פה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", דורך די עבירה פון רעדן ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", קומען געפערליכע צרות השם ישמרינו; בפרט אין אזא הייליגע טאג ווי פורים, וואס איז נאך הייליגער פון יום כיפורים, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר תיקון כא, דף נז:) יום כיפורים איז אזוי ווי פורים.


זאלסט גיין מיט ערליכע חברים, גיי אין די הייזער מיט שמחה, טאנצט און שפרינגט און מאכט אלעמען פרייליך, אבער אז דו הערסט רעדן ניבול פה – זאלסטו אנטלויפן ווי מען אנטלויפט פון פייער; ווייל אויך אויב מען רעדט נישט ניבול פה, נאר מען הערט ניבול פה – איז זייער געפערליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ד): "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", אויך דער וואס הערט רעדן שמוציג און שווייגט – ברענגט אויף זיך אלע צרות.