בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פריש דיך אויף, צוזאמען מיט די גראז און בלעטעלעך
תפילה והתבודדות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר בחקותי, י"ט אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב זייער הנאה צו הערן פון דיין מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר אז דו העלפסט אין ישיבה מיט וואס מען דארף העלפן, עס איז זייער א גרויסע זכות צו העלפן סיי אין ישיבה, סיי אין בית המדרש, ספעציעל ביים הייליגן רבינ'ס ישיבה און בית המדרש, דעמאלט איז דאס גאר א גרויסע זכות, אז מען איז זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן, די זכות איז גאר גרויס.


שטארק זיך, יעצט אין די זומער טעג קען מען זייער מצליח זיין אין עבודת השם, עס איז א גוטע צייט זיך צו באנייען, ווייל די גאנצע בריאה טוט זיך יעצט באנייען, אלע ביימער, אלע גראזן הייבן אן צו שפראצן; נאכן זיין א גאנץ ווינטער טויט, נאכן זיין א גאנץ ווינטער טריקן - הייבן אלע אן מיט א פרישקייט ארויסצוגעבן שיינע פרוכט און שיינע בלעטלעך; איז דאס א צייט פאר אונז אלע זיך צו אויפפרישן, זיך באנייען צו דינען דעם אייבערשטן. דערפאר בעט איך דיר טייערער ליבער ברודער, יעצט אין די זומער טעג זאלסטו זיך באנייען מיט תפילה והתבודדות, טראכט נישט אויף צוריק, טראכט נישט פון די פריערדיגע זמן, פון די ווינטער זמן, קוק נישט אויף צוריק, ווייל דאס צוריק קוקן לאזט נישט דעם מענטש מצליח זיין, און אזוי ווי אלע ביימער און אלע פעלדער הייבן אן מיט א פרישקייט צו וואקסן, צו שפראצן, ארויס צו געבן די גוטע פרוכט און די שיינע בלומלעך - אזוי אויך זאלסטו אנהייבן מיט א נייע התחלה דינען דעם אייבערשטן; מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו שמועסן און אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, און אז דו האסט א פעלד - זאלסטו גיין א שפאציר אין פעלד, זיי זיך דארט מתבודד, ווייל עס איז אזוי געשמאק זיך צו מתבודד זיין צווישן די ביימער און גראז, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג), ווי געשמאק איז צו גיין צווישן די גראז הערן ווי זיי זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, יעדע גראז זינגט א ניגון צום אייבערשטן אן קיין פניות, אן קיין מחשבות זרות, ווי גוט און ווי שיין איז צו זיין צווישן זיי; און אויך אז מען האט נישט קיין פעלד קען מען גיין א שפאציר אין א שטילע גאס און דארט שמועסן מיטן אייבערשטן, אים דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי מען האלט אין איין צוריק פאלן, זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, אזוי זאלסטו טון יעדן טאג ביז דו וועסט זוכה זיין נאנט צו ווערן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.