בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט ענדיגן מיר מסכת עבודה זרה און מארגן הייבן מיר אן א פרישע מסכתא, מסכת הוריות; יעצט איז א גוטע צייט דו זאלסט מאכן א פרישע התחלה צו לערנען די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קלז), 'מעות' איז די ראשי תיבות ו'אין ע'בירה מ'כבה ת'ורה (סוטה כא.), עבירה לעשט נישט אויס די תורה; דורך לערנען בקביעות תורה יעדן טאג איז מען זוכה צו שפע.
לעת עתה בין איך אין וויליאמסבורג, איך האב יא זייער געוואלט בלייבן אין שטעטל. איך בין יעצט זייער געדרוקט, מאך א תפילה פאר מיר, מיין קאפ דרוקט מיר, מיין הארץ דרוקט מיר, איך בין שולדיג פאר די מלמדים ניינציג טויזנט דאלער, און פאר די טיטשערס מיט די אפיס בין איך שולדיג הונדערט פופציג טויזנט דאלער, מען האט נישט געצאלט פון פסח פאר די טיטשערס און פאר די אפיס, איך גלייב דער אייבערשטער וועט מיר מאכן נסים.
שכר לימוד זאלסטו צאלן פאר אלעס, פון שכר לימוד פארלירט מען נישט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.