בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער הארציגער ... נרו יאיר
איך פריי זיך זייער צו זען ווי דו פירסט זיך מיט יראת שמים און מידות טובות, איך הער צוריק גריסן פון דיינע מגידי שיעור אז דו ביסט ערליך און איידל, איך וויל דיר זאגן אז דו מאכסט מיר א גרויסע נחת רוח, דו מאכסט מיך פרייליך, דו מאכסט מיר גוט.
יעצט קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען נאכאמאל מקבל זיין די תורה. מיר געפינען ביי קבלת התורה אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה דורך משה רבינו; דאס לערנט אונז, אז מען וויל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה - מוז עס גיין דורך א צדיק, דורך א רבי, מען מוז האבן ביטול צו א רבי, מען קען נישט מיט די אייגענע שכל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, דעריבער יעצט שבועות זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט טרעפן א צדיק, א רבי - וועם דו קענסט פרעגן דיינע שאלות און ספיקות, און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ווייל פון די וויכטיגסטע זאכן צו מקבל זיין די תורה – איז צו האבן א רב און א דיין וואס זאל מדריך ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן, ווי אזוי צו פירן די שטוב, ווי אזוי צו פירן די געשעפטן, און אזוי ווייטער; אליינס מיט די אייגענע שכל - קען מען פארקריכן.
ספעציעל ווען מען איז יונג, אז מען גייט נאך די אייגענע שכל - קען מען מאכן נישט גוטע זאכן וואס פארדרייט די לעבן, און שפעטער האט מען זייער חרטה; מען מוז האבן א מורה דרך אין לעבן, א רב, א דיין, אן ערליכער איד - וועם מען פרעגט און מען פאלגט.
אויך אז מען גייט אריבער שווערע נסיונות, מען דארף הילף, מען דארף עצות, און מען שעמט זיך צו פרעגן וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן וכו'; אויב מען ברעכט דורך די בושה, מען קוקט נישט אז מען וועט ווערן פארשעמט - איז מען זוכה צו קינדער צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ, וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס פרעגט אלע זיינע ספיקות פון זיין רבי, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", און אפילו זיין רבי פארשעמט אים פרעגט ער נאכאלץ זיינע שאלות און ספיקות - "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה, שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", וועט ער זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן זיין גרעסערע תלמידי חכמים ווי זיין רבי.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.