בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז יעצט צוואנציג יאר נאך דיין חתונה האסטו מסיים געווען די ערשטע מאל א גאנצע מסכתא; במשך די פארלאפענע צוואנציג יאר האסטו פרובירט אלע וועגן און דו האסט נישט מצליח געווען צו לערנען און ענדיגן, נאר יעצט ווען דו האסט אנגעהויבן דעם דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) האסטו מצליח געווען צו ענדיגן מסכת נדה.
יעצט זאלסטו אנהייבן ש"ס כסדרן; לערן יעדן טאג א בלאט, קוק נישט אויף דעם וואס דו פארשטייסט יא אדער נישט, גיי כסדרן יעדן טאג א בלאט.
חוץ מזה זאלסטו האבן נאך א שיעור אין ש"ס צו לערנען אסאך בלעטער גמרא, דאס וועט דיר ברענגען נאנט צום אייבערשטן. ווען דו וועסט האבן אביסל צייט זאלסטו לערנען בלעטער גמרא וועסטו ביז א קורצע צייט ענדיגן ש"ס, במשך דיין לעבן קענסטו נאך לערנען און ענדיגן זייער אסאך מאל ש"ס דאס איז נישט קיין סתירה מיט'ן דף גמרא; מען דארף האבן ביידע, סיי דעם בלאט גמרא און סיי א באזונדערע שיעור.
בנוגע וכו'; זיי מיר מוחל, איך בין זייער פארנומען און איך קום נישט אן צו ענטפערן גלייך, איך וועל פרובירן דאס בעסטע דיר צו ענטפערן ווי שנעלער.
וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.
בנוגע דיינע חובות וכו'; זיי מפיץ דעם רבינ'ס עצות, נעם קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן און זיי דאס מפיץ וועסטו האבן גרויס שפע. גיי צווישן אחינו בני ישראל מעדות המזרח, די ספרד'ישע אידן וואס מען האט זיי אוועק געריסן פונעם דרך התורה; זיי נעמען די ספרים זייער שיין און זיי געבן צדקה.
אז דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו האבן שפע, עס וועט דיר קיינמאל נישט פעלן קיין געלט, דו וועסט האבן גרויס שפע.