בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
יעצט קענסטו זען קלאר מיט דיינע אויגן אז דער סמ"ך מ"ם שטייט און זוכט ווי מען קען צעשטערן די שלום בית, בפרט ערב שבת קודש.
ווי קען זיין אז צוויי קלוגע מענטשן ווי דו און דיין ווייב זאלן זיך צעקריגן וועגן א פושקע באנדלעך? "א מעשה מיט ארבעס", מען האט יא געקויפט באנדלעך פאר שבת, מען האט נישט געקויפט באנדלעך פאר שבת, ארויף און אראפ, און מאן און ווייב רעדן שוין נישט, און עס שפריצט פייער איינער אויפן צווייטן, איז דאס נארמאל?
מוז זיין אז דאס איז דער סמ"ך מ"ם וואס שטייט און זוכט צו מאכן קריגערייען, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.