בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צוזאמנעמען צדקה פאר אלע צוועקן
צדקה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי; דו העלפסט מיר דעקן די שווערע הוצאות פון די ישיבה. דו האסט אראפגענומען פון מיר דעם לחץ – זו הדחק צו קענען צאלן חודש'ליך די רענט פאר'ן בנין הישיבה, אין דעם זכות וועסטו זען נחת דקדושה ביי דיינע דורות.


עס דארף דיר נישט שטערן אז לעצטנס זענען דא נאך יונגעלייט וואס נעמען צוזאם געלט פון אנשי שלומינו פאר דעם בנין אין אומאן, פאר הדפסה, פאר'ן כולל וכו' וכו'. דו קענסט אוודאי די מעשה פונעם סאטמערער רבי'ן זכותו יגן עלינו וואס האט געבעטן א רב אין וויליאמסבורג צו מאכן שבת אן אפיל אין זיין בית המדרש פאר א צדקה צוועק, און דער רב האט זיך אנטזאגט דערפון, ער האט געזאגט אז ער קען נישט מאכן דעם שבת אן אפיל ווייל פאריגע וואך שבת איז שוין געווען אן אפיל פאר א צווייטע צדקה צוועק און מען קען נישט בעטן יעדע וואך פונעם עולם געלט, האט דער רבי זכותו יגן עלינו געזאגט: "עס איז פונקט פארקערט, ווי מער מען בעט פאר צדקה, מען געוואוינט צו דעם עולם צו געבן – אלץ מער געבט מען, און ווי מער מען געבט אכטונג נישט צו בעטן – אלץ ווייניגער געבט מען".


דעריבער זאל דיר נישט שטערן אז מען נעמט צוזאם געלט פאר נאך צוועקן וכו', עס וועט נאר העלפן אז די יונגעלייט זאלן טראכטן פון תכלית, צו אינוועסטירן די געלט אין צדקה.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז אמאל געקומען א מגיד אין א שטאט צו מאכן אפאר דאללער, ער האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון געלט; וואס מען קען אלץ טון מיט געלט, די מצוה פון צדקה וכו', וכו'. נאך די דרשה האט ער געווארט מען זאל אים העלפן מיט גרויסע סכומים, אבער דער עולם האט נישט געגעבן וואס ער האט געהאט ערווארטעט. שפעטער איז געקומען א צדיק און גערעדט דיבורי אמונה, דיבורי תכלית פון תורה ותפלה און נאכ'ן שיעור האט אים דער עולם באווארפן מיט געלט... דער מגיד האט זיך זייער געוואונדערט וואס דא גייט פאר, פארוואס פאר אים וואס ער האט אזוי שטארק ארומגערעדט פון דאס גרויסקייט פון געלט האט מען נישט געגעבן קיין גרויסע סכומים, ווידעראום פאר'ן צדיק וואס האט בכלל נישט גערעדט פון געלט האט מען געברענגט גרויסע סכומים.


האט אים דער צדיק דאס געגעבן צו פארשטיין: "דו האסט גערעדט פון געלט; וואס מען קען אלץ טון מיט געלט, ממילא האט זיך יעדער געמאכט אזא חשבון: 'אויב געלט איז אזוי חשוב וועל איך דאס האלטן טייער און נישט מזלזל זיין דערין', אבער איך האב נאר גערעדט פון תכלית, תורה ותפלה, האט דער עולם פארשטאנען אז געלט איז נישט און עס איז א שאד דאס אוועקצולייגן".


פארשטיי גוט די מעשה נישט צו מאכן אן עסק פון געלט; דו בעט אלעמען ווער עס וויל האבן די זכי' צו אינוועסטירן אין אן אייביגן געשעפט וואס ברענגט אייביגע רווחים, וועסטו מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.